ב"ה
כינוס כלל ישראל אין בליק פון תלמידי וחסידי סאטמאר *****
חודש אייר תשע"ב לפ"ק ברוקלין נ.י.
שוין חדשים וואס די אידישע גאס קאכט זיך איבער דעם פארגעברייטן "כינוס כלל ישראל"
וועלכע פארשפרעכט אז זיי גייען פאראייניגן גאנץ כלל ישראל פון גרעיטער ניו יארק צוליב דעם שרעקליכן מצב פון טעכנעלאגיע און אונטערנעט ,וואס אלע קרייזן ממש זענען מודה אז רבים חללים הפילה אויף א אומגלויבליכן פארנעם אינעם עבר ,דעריבער האבן די צדיקים ומנהיגי ישראל בראשם דער סקולענער רבי שליט"א ועמו הגאון הגדול ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א משגיח דישיבת לעיקוואד ,מחליט געווען אז מ'מוז אויפשאקלען "גאנץ" כלל ישראל וואס זאלן אלע אינאיינעם דערהערן דעם געפערליכן מצב ,די עסקנים האבן בהסכמת הנ"ל ארגענעזירט און פלאנירט און באשלאסן צוליב דעם צוועק מאחד צו זיין "גאנץ" כלל ישראל און די רבנים זאלן דרש'נען ארויסגעבן פארשריפטן אויפן עתיד וויאזוי דער המון זאל זיך קענען אפהיטן פון מכת הטעכנעלאגיע ,ווי זיי רופען דאס "השתמשות בטעכנעלאגיע על פי תורה".
צום אלעם ערשטן מוז מיר פארשטיין וואס דאס מיינט אזא "איחוד" פאר אונז חסיד'ישע אידן יוצאי אונגארן וממשיכי דרך החת"ס וואס האבן אין אלע תקופות אנגעהאלטן דעם שיטת ההתבדלות אן קיין שום פשרות ,דעריבער איז כדאי אביסל מרחיב צו זיין דעם דיבור וואס עס מיינט בכלל אזא מין "התאחדות",
"איחוד" כלל ישראל -בבית מדרשו של החת"ס ותלמידיו זי"ע תרצ"ג :מאחד זיין כדי "אויפצוטוהן"
אין כל חדש תחת השמש ,און כמעט גענוי דאס זעלבע וואס מ'וויל היינט ,האט זיך דעמאלט'ס אפגעשפילט ,אונטערן וואגן פון אגודת ישראל ,און ווען מ'זעט ווי ווייט אונזערע גדולי ישראל זענען געשטאנען על המשמר זיך נישט מאחד זיין מיט די אגודה אין יענע יארן נאך די ערשטע וועלט מלחמה ,האט מען בעסער ארויס דעם בילד.
מ'דארף פארשטיין פון וואס האט מען אזוי געציטערט אז מ'זאל זיך נישט מאחד זיין? ,קיין ציונים זענען זיי )די דעמאלטס'דיגע אגודה( דאך נישט געוועהן ,אדרבה מיט א געוויסע מאס זענען זיי נאך געוועהן שותפים מיט די עדה החרדית אין ירושלים אין די מלחמה קעגן רב קוק וכדומה ,די ציל פון אגודת ישראל איז געוועהן צוזאמען צו ברענגען כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן פון פוילן ,דייטשלאנד ,רוסלאנד ,אונגארן וכו' )ליין :פייוו טאונס ,סטענד
איילענד,
קאנעטיקוט קאנארסי באסטאן ועוד( מיט א ציל "אויפצוהייבן אידישקייט" דהיינו אז די שוואכע
די דעמאלטס'דיגע רבנים וועלכע האבן יא געשטיצט די אגודת ישראל האבן געהאלטן אז ס'איז א "שעת חירום" ,ווייל ווי באקאנט נאך די ערשטע וועלט מלחמה איז אידישקייט געווען געפאלן באופן נורא און גאנצע שטעט זענען אוועקגעפאלן פונעם אידישן דרך ליידער )ליין :רבים
חללים הפילה( ,מיט א מאס אסאך ערגער ווי היינט וואס אידישקייט פאלט צוליב
טעכנעלאגיע.
און דאס איז אויך געוועהן די סיבה פארוואס אלע פוילישע גדולים האבן געשטיצט דעם געדאנק פון אויפשטעלן מיידל שולע'ס " -בית יעקב" מיט שינוים אין די מסורה פון חינוך הבנות כדי אפצוראטעווען די דורות ,אפי' דעם דרך הלימוד אין די ליטווישע ישיבות האט מען געטוישט אין יענע תקופה לפי עדותו של החזון איש זצ"ל ,כדי צו האלטן דעם יונגנט ביי די תורה ,און נישט צו פארקריכן אין השכלה'דיגע וועגן.
עם כל זה ,מיט די אלע הייליגע טעמים אינאיינעם פון "ראטעווען כלל ישראל" )וואס איז באמת
געווען אין א סכנה( ,האבן אונזערע גדולי ישראל ,הצדיקים הקדושים תלמידיו ותלמידי תלמידיו של החת"ם סופר זי"ע ,געהאלטן אז ניין! מיר דארפן האלטן אונזער אידישקייט אויף א העכערע דרגא ,און נישט אויסגלייכן אלעמען מיט א פאראייניגטע דרך אין אידישקייט.
תשע"ב" :סאטמאר" מיט?.......... די גדולי ישראל האבן פארשטאנען אז אידישקייט איז נישט אונזער פארמעגן אויף וועלכן מיר זענען בארעכטיגט מוותר צו זיין!) ,ווי ס'איז באקאנט די מעשה ווען הגאון רבי חיים וואלאזשינער זצ"ל האט פארמאכט די ישיבה ,ווען די רעגירונג האט זיך געוואלט מישן און ער האט נישט געוואלט איינגיין אויף קיין פשרות ,ער האט אויסגעשריגן :מיר האבן באקומען דעם רשות צו בויען אידישקייט ,און נישט אויף איינצוגיין אויף פשרות אויפן חשבון פון אידישקייט!(.
דער סימבאל פון "ערליכע אידישקייט" )ליין :סאטמאר( -האבן די אמאליגע גדולי ישראל פארשטאנען -קען נישט גיין צוזאמען מיט אידן פון בערלין און פראנקפורט .ס'גייט נישט אויף איין ליניע!
אפילו די "מיסיע" איז אייניג ,יעדער וויל ערליכקייט און אידישקייט ,אבער הוראות און הדרכות וואס גילט פאר בערלינער אידן וואס זייער אידישקייט איז מיט פילע שטאפלען פּ ָארט זיך נישט אינאיינעם! נידריגער ,גילט נישט פאר חת"ם סופר און סאטמאר רב אידן .דאס
יעצט לאמיר גיין מיט באלד הונדערט יאר שפעטער -מיט דעם יסוד אז "יש לנו אב זקן והוא לא נשתנה" -און פרעגן די פראגע :איז עפעס נשתנה געווארן פון דעמאלט'ס? איז היינט אנדערש אז מ'זאל יא מעג'ן מאחד זיין "סאטמאר" מיט!? ......
ישראל א שטייגער ווי דער חפץ חיים זצ"ל דער אמרי אמת מ'גער זצ"ל און נאך און אפי' אין אונגארן זענען געוועהן גרויסע רבנים וועלכע האבן מתחילה געשטיצט די אגודה ווי למשל מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל וואס נאר אין אר"י האט ער חוזר געוועהן דערפון זענדיג די עכ"ז האבן די גדולים וצדיקים פון אונזער חדר גע'טענה'ט אז
תוצאות,
ניין! מיר טארן נישט גיין מיט זיי,
ווייל דאס מיינט אז מיר געבן אוועק פון אונזער אידישקייט ווען מיר גלייכן זיך אויס מיט זיי ,אויב אזוי כהיום יום ווען דער היימישער ציבור פון וויליאמסבורג ,בארא פארק ,קרית מאכט א יד אחת מיט
יואל ,מאנסי,
א מאדערנ'ע קרייז איד וואס איז כולל טיילן פון פלעטבוש ,פייוו-טאונס,
ענגלוואד ,טינעק-ניו זשוירסי ,איסט סייד-מאנהעטן ,גרעיט נעק וכדומה ,מיינט דאס אז איך נידער אראפ מיין אידישקייט א דרגא צום פייו טאונסע'ר איד וועלכע זענען אפשר פיינע אידן כלפי שמיא ,אבער "מיר"? אונז? ...מיר דארפן אדער מעגן מיט זיי זיצן צוזאמען?!
יתכן ,מעגליך ,מ'קען אפשר דן זיין ,וויאזוי סאטמאר דארף זיך באמת פירן אין אזא מצב ווען עס ברענט א פייער פון אונטערנעט ,אז אפשר איז יא יעצט דער זמן פון עת לעשות און מיטשטיין מיט די התחברות ,אבער עס שטייט פאר אונזערע אויגן דער הייליגער יסוד וואס רבינו הק' זי"ע מ'סאטמאר האט אומצאליגע מאל געלערנט מיט אונז "אם הראשונים כמלאכים אנו וכו'" ,מיר טארן זיך נישט רירן קיין זיז כל שהוא פון דעם הייליגן דרך פון די פריערדיגע צדיקים ,ווייל נאר אזוי זענען מיר פארזיכערט אז מיר גייען אויפן ערליכן וועג.
און בכלל ,איז דען געוועהן דא היינט ביי די החלטה פון מאכן אזא כינוס איינער א גדול בישראל פון אונזער חדר יוצאי אונגארן ,וועלכער פארשטייט דעם עומק הענין פון די התנגדות פון אונזערע צדיקים צו די אמאליגע אגודה ,וועלכער האט טאקע שוקל געוועהן די אלע צדדים און געגעבן די הוראה אז היינט ביי דעם מצב איז אנדערש און דא דארף מען יא זיך מתחבר זיין מיט
אלע מיני קרייזן?
ווייל אויף פארקערט איז פאראן א ים מיט ראיות און הוכחות.
אומצאליגע מאל ווייסן מיר פון די נישט ווייטע היסטאריע ווי אונזערע גדולי ישראל האבן אפילו "לתועלת" אידישקייט זיך נישט מתחבר געווען צוזאמען מיט אנדערע קרייזן .לאמיר נעמען דעם מערסט-באקאנטן ביישפיל ,דעם "דף היומי" ,וועלכער האט געהאט א ציל מרבה צו זיין לימוד התורה ,און דער געדאנק מיסודו איז געוועהן אז ס'וועט זיך פארמערן טויזנטער לומדי תורה אויף דער וועלט )וואס איז אמת( ,דאך איז עס נישט אנגענומען געווארן ביי אונז ,בלויז צוליב דעם ווייל ס'האט שייכות צו די אגודה.
צווייטער ביישפיל:
אייראפעאישע אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה ,איז פאררופן געווארן א תענית ציבור אין אר"י דורך די עדה החרדית איבער די גרויסע צרות .אבער ווי נאר די רבנות הראשית האט געמאלדן אז זיי שטעלן זיך אויך צו און פאררופן אויך דעם תענית ציבור ,האט דער גאב"ד ירושלים מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל באשטומט צו מאכן דעם תענית ציבור אויף א אנדערן דאטום ,כדי זיך נישט מאחד צו זיין אינעם זעלבן טאג מיט די רבנות הראשות .כאטש ס'איז זיכער נישט קיין פארגלייך צווישן די בעלי אסיפה צו די רבנות הראשות ,אבער דעם געדאנק אז מ'שליסט
זיך נישט צוזאמען אפי' אין א שעת חירום זעהט זיך שטארק ארויס.
און מ'דארף נישט גיין צו ווייט .ס'איז גענוג זיך אויסצו'משל'ען אין געדאנק צו אונזערע אייגענע חשובי העדה אונזערע טאטעס און זיידעס פון אונזער דור וואלטן זיך באטייליגט ביי אזא אסיפה ,שלאגט שוין דער אמת אין פנים אריין .קענט איר זען אזעלכע שטייגער אידן ווי רבי יודל ראזענבערג און רבי שלום לויפער ז"ל זיצן ביי אזא "כינוס" אין א "סטעידיום" )אן א
מיט גרויסע סקרינס ,ווען מימינם
דאך(
ומשמאלם זיצן בלויע העמעדער מיט געשוירענע בערד?...
קענט איר זען אזעלכע אידן ווי החסיד המרומם רבי אלימלך הגדול לאנדא ,רבי הירצקא יאקאבאוויטש ,רבי לייבעלע גליק ,רבי אליעזר ליימזידער ,רבי נתנאל פארקאש ,רבי שמעון לויפער ,רבי שלום נחמן פילאף ,רבי הערשל רובינשטיין ,רבי משה ארי' גליק ,רבי חיים הערש יאקאבאוויטש ,רבי יעקל שווארץ ,רבי אהרן פאללאק ,רבי אברהם'לע ווערצבערגער ,רבי הערשל לעפקאוויטש ובניו ,צו סיי וועלכע "היימישער" איד פון פאריגן דור
-
זיצן ביי אזא
כינוס?! קיינמאל!!!
מיר ווילן זיך אפילו נישט טרויען צו טראכטן אויב ס'וואלט עולה על הדעת געווען צו קענען זען דעם הייליג'ן "סאטמאר רב" זיצן ביי אזא אסיפה?! אבער צווישן פיר אויגן גערעדט ,לאמיר זיך פרעגן שטיל ,קענט איר זיך אין ווייטסטן חלום אויס'משל'ען אז א "חסיד סאטמאר תשכ"ה" זאל זיך משתתף זיין ביי אזא אסיפה?
אדער אפילו מיט צוואנציג און דרייסיג יאר שפעטער ,קענט איר זיך אויס'משל'ען אז "סאטמאר תשמ"ה" זאל זיך משתתף זיין ביי אזא אסיפה? קיינמאל!!! )איבער דעת רבינו הק' זי"ע צו זיצן מיט אידן וואס זענען ווייט פון אונזער השקפה ,ווערט געברענגט אין ס'
זכר צדיק לברכה ח"א אות קצ"ח וואס ר' הערש אלימלך ווערצבערגער פון מאנסי האט דערציילט בשם אביו ר' אברהם'לע ווצ"ב שו"ב ,אז ווען זיי האבן געדארפט פארן צו די שחיטה גאר פרי ,האט זיי אבער דער רבי נישט געלאזט דאווענען אין תורה ודעת ,דער רבי האט אים קלאר געזאגט בלשון קדשו" :איך בין אייך מתיר צו
לשון העמים – ענגליש
)בהכרח ,כמובן(
ביז אהער האבן מיר בארירט דעם עצם געדאנק פונעם כינוס ,ווי הייליג דאס זאל נאר
זיין.
יעצט לאמיר צוגיין צו די עצם אסיפה ,וואס פארשידענע נקודות פון דעם כינוס קען נישט ווערן אקצעפטירט ביי קיין היימישע סאטמאר'ע אידן.
א( ענגליש :דער פלאן וואס לויפט יעצט איז ,אז ביי די אסיפה וועט גערעדט ווערן דרשות סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש כדי אלע פארזאמלטע זאלן קענען פארשטיין .ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז א גרויסע פראצענט פון די באטייליגטע איז זייער מאמע-לשון ,די ענגלישע שפראך.
מיר גייען דא נישט אריין אין די ברייטע סוגיא פון דעם איסור צו דרש'נען בלשון
העמים,
דאס לאזן מיר פאר די גדולי הרבנים ,אבער אויפן שפיץ גאפל איז דא פאקטן וואס יעדער איד מוז וויסן ,ווייל בעוה"ר ווערט דאס פארגעסן היינטיגע צייטן ווען מיר לעבן אזויפיל יאר אין גלות אמעריקא ,און מ'ווערט געוואוינט צו הערן פארשידענע רעדעס ,טעיפ'ס ,סידי'ס וכדומה ,אויף ענגליש.
אין שנת תרכ"ו נאך דעם גרויסן טיילונג אין אונגארן איז פארגעקומען די באקאנטע אסיפה אין די שטאט מיהאלאוויץ ,וואו עס האבן אונטערגעשריבן איין און זיבעציג)!( פון די גרעסטע גדולים ורבנים בימים ההם ,ובתוכם הגה"ק דער ייטב לב ,דער קדושת יו"ט ,ר' שמעלקא סעלישער ,דער קול ארי' ,דער אך פרי תבואה ,דער
מהריא"ץ פון מארגערעטן ,דער מעגלי צדק,
דער בית היוצר ,דער בית שערים ועוד ועוד .און צו דעם איז עקסטער געקומען א חתימה פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע והרה"ק ר' אייזיק'ל זידטשויבער זי"ע ,וואס כאטש זיי זענען נישט געוועהן קיין רבנים פון אונגארן ,דאך שטייט אינעם קול קורא אז ווייל "תלמידיהם שוכנים במדינת אונגארן" ,האבן זיי אונטערגעשריבן מיט נאך אסאך שארפערע לשונות ווי די ארגינעלע קול קורא.
דער ערשטע סעיף אין דעם איסור שטייט ווי פאלגענד" :אסור לדרוש דרשה בלשון אומות העולם ,וכן אסור לשמוע דרשה האמורה בלשון אומה"ע ,על כן צריך כל בר ישראל אשר ישמע שרב או אחר דורש בלשון נכרי לעזוב בית הכנסת ולצאת חוצה ,והדורש צריך לדרוש בלשון יהדות שמדברים בו ישראל הכשרים אנשי המדינה הזאת") .אינעם כתב יד פון ר' הלל קאלאמייע זצ"ל שטייט דעם זעלבן נוסח מיט נאך א הוספה אסור לדרוש דרשה בלשון אוה"ע "בכל אופן שיהי'" וכו'(.
דארף מען נאך עפעס צולייגן?!
טובים ,ונאמרים לשם שמים ,מכל מקום התורה שהיא חגורה שק ,אינו נכנסת בלב השומעים".
א פחד פון ווערטער! און ער שרייבט דאס בפירוש אפילו ווען דער רעדנער רעדט דאס הייליגסטע און דאס וויכטיגסטע ,דאך האט דאס נישט קיין השפעה אויף די צוהערער ,ווייל ס'איז בלשון העמים!
דער קאשויער רב ,רבי שאול בראך זצ"ל שרייבט אין זיין ספר "בהיות הבוקר" אויך כמעט דעם זעלבן לשון אז ס'האט נישט קיין השפעה אזא דרשה .א פלא'דיגע ענין ברענגט ער אראפ אין די הקדמה פון זיין ספר אבות על בנים ,אז ר' הלל קאלאמייע האט דערציילט פאר ר' יודא גר"וו אב"ד סאטמאר אז דער באקאנטער גאון ר' יודא אסאד איז געקומען אין חלום אחר פטירתו און געבעטן אז ער זאל טוהן א דבר טוב לנשמתו ווייל ס'איז דא א דין למעלה אויף אים וויבאלד ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן אויף די תקנה פון דרש'נען בלשון העמים ,א פ ח ד נ ו רא ,
אזוי שטייט אויך פונעם מהר"ם שיק ,ועי' בספה"ק דברי יחזקאל פר' ראה בנוגע רעדן בלשון העמים אפי' ווען מ'וויל אויפטון בזה"ל "וידמה להם בזה אשר יחניפו אותם יכלו להטות לבבם לדבר טוב דהיינו שעי"ז יכלו לתקן העיר לדברים טובים וכו' והדברים הטובים ההם לא יהי שום קיום וחיזוק כלל רק אנחנו נלך בעקבות אבותינו הק' ואז לא יעזבנו ד' ואל יטשינו",
אין צווייטן באנד שו"ת דברי יואל ,איז געדריקט עטליכע תשובות פון הייליגן קדושת יו"ט זי"ע .צוויי פון די תשובות באציען זיך בלויז צו דעם הארבן איסור פון רעדן בלשון עם זר .איינס סי' קע"ח ווי ער ברענגט ארויס די הארבקייט פון דרש'נען בלשון העמים ,און דאס צווייטע איז די לעצטע תשובה סי' קפ"ד ווי ער ניצט זייער שארפע לשונות און פירט אויס שארף וכל הפורש
מהם כפורש מן החיים ח"ו ,און ביי ביידע תשובות איז נישט דערמאנט קיין איין ווארט אז דאס איז נאר ווען מ'רעדט בבית הכנסת ,נאר די איסור איז באופן כללי צו דרש'נען פאר אידן ,עיי"ש. ומי יבוא אחר המלך.
דער אויבנדמאנטער קול קורא ענדיגט זיך מיט דעם לשון" :להוציא מדעת צדוקים ,צריכים אנו להודיע ,שכל הנאמר בפסק בי"ד הוא על כל מקום ועל כל זמן ,בכל מקום אשר דבר מלך מלכי
המלכים הקב"ה מגיע ,חק ולא יעבור ,דבר אלקינו זה יקום לעולם" .דא שטייט אפן און קלאר אז אט דער פסק פון נישט רעדן בלשון העמים איז מחייב יעדן איד אפי' בימינו אלה.
צו זיין קלאר און נישט מאכן א טעות אז די תקנה איז געוועהן דווקא נישט צו רעדן קיין דרשה בלשון העמים אין א בית הכנסת ,ווייל דער לשון אין די תקנה שטייט אסור לדרוש ואסור לשמוע דרשה נאר ביים ארויסגיין שטייט דעם לשון בית הכנסת ווי אויך דער חת"ס דערמאנט
)דאס וואס ביי פראטעסטן און צומאל ביי דינער'ס האט מען יא אדערסירט פארשידענע אויפטריטן אויף ענגליש ,איז דאס בלויז "צו די גוים" אדער "צו די פרעסע" ,און ביי די דינער'ס האט מען גערעדט "צו די פאליטישאנ'ס" ,אבער דרשות חיזוק איז קיינמאל נישט עולה על הדעת געווען ס'זאל גערעדט ווערן אויף ענגליש ,אדער לשונות העמים אין אנדערע מדינות(.
בלויז צוליב דעם עצם פאקט פון דרשות אויף ענגליש ,איז פארשטענדליך אז סאטמאר'ע אידן ויוצאי אונגארן ,ביי וועמען קבלת האבות איז הייליג און חשוב ,קענען נישט צושטיין צו אן אסיפה ווי אפציעלע דרשות ווערן געזאגט אויף ענגליש.
גייסט און די תוכן פון די דרשנים ב( דרשות :יעדער פארשטייט אז אפילו די דרשות וואס וועלן געזאגט ווערן אויף
אידיש,
וועלן אבער פארשידענע רעדנער זיין פון א דרויסנדיגע חדר .אויב אזוי ,ווער נעמט דעם אחריות אז פון צווישן די אלע רעדע'ס זאל נישט ארויסקומען סיי וועלכע ווארט אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו ,צו לגבי אהבת מדינת ישראל ,צו נאכזאגן ווערטער פון רבנים וראשי ישיבות וואס ביי אונז זענען זיי אינגאנצן
אפגעפרעגט וד"ל ואכמ"ל.
און בכלל ,איז די אסיפה גערופן געווארן מיט די חתימה און בריוו'ן פון די גאנצע ליטווישע גאס פון ניו יארק ,און מ'ארבעט שטארק אויף די השפעה פון אלע גדולי ראשי ישיבות און חברי מועצת גדולי התורה שע"י אגודת ישראל ,ראשי ישיבות ,רבנים און רבי'ס וואס מיר זענען בכלל נישט אין איינקלאנג מיט אונזער הייליגע שיטה אין יסודות הדת) ,צב"ש אזא ראש ישיבה ווי הרב שטיינמאן פון ב"ב ,מיט וועמען אפילו אזא ראש ישיבה א גדול פון ליטווישן חדר ווי הגר"ש בירנבוים זצ"ל האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אים ביי זיין באזוך אין אמעריקא צוליב זיין שטעלונג אין נחל חרדי און
תכנית הליבה( ,און נאך אנדערע רבנים החותמים וואס זייערע דעות והשקפות זענען פסול במחנינו .אויב אזוי ,ווי קומען מיר צו גיין אויף אזא אסיפה וואס ווערט גערופן מיט די בקשה פון אזעלכע רבנים וראשי ישיבות?!
א קליינע דוגמא וואס עס זעהט זיך ארויס אין וועלכן גייסט די עסקנים פירן די אסיפה ,זעהט זיך אין דעם גליון "כלל ישראל" וואס איז געשיקט געווארן אויף די פאסט אין די פסח טעג ,איז געשריבן געווארן בתוך הדברים ,אז שוין בשנת תשכ"ז איז געוועהן אזא כינוס פון
כ ל ל י ש רא ל ,
ווען מ'האט זיך פאראייניגט איבער גזירות ניתוחי מתים ,און עס ווערט געברענגט דער באקאנטער בילד ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע זיצט ביים פראטעסט און לימינו דער ברך משה זצ"ל און לינקס זיצן די ליטווישע גדולים .האבן זיי אראפגעשניטן דעם ברך משה פונעם
בילד,
אזוי אז דער בילד קוקט אויס ווי רביה"ק מסאטמאר זיצט אין די זייט און די ליטווישע גדולים
דער אויסשליסליכע בעה"ב און האט קלאר געשטעלט ווער און וואס עס קען גערעדט ווערן ביי די אסיפה )ווי צב"ש פארן מאטערסדארפער רב זצ"ל האט ער געהייסן רעדן פון הכשרים אין האטעלן( ,און די ליטווישע גדולים האבן זיך צוגעשטעלט צו אים לחומר הענין.
אט דער פאקט פון פעלשן היסטאריע כדי משכנע צו זיין די היימישע אידן זיך צו שפירן באקוועם ביי אזא אסיפה ,איז א שטיקל ציור וויאזוי ס'קען אויסזעהן דער עצם האסיפה אליין, ווען מ'וועט וועלן צופרידנשטעלן אלע סארט שיכטן און קרייזן וד"ל.
ובכלל ,אז מ'רעדט שוין דערפון .ס'איז גרינג צו זען דעם לייכטזיניגקייט וואס די עסקנים שפירן כלפי סאטמאר און דעם גאנצער היימישער ציבור .פארוואס האבן זיי נישט געהאט מתחילה דעם קאפ אויפן פלאץ נישט צו מאכן דעם פלאן פון אזא סארט גרויסן מעכטיגן כינוס פאר "גאנץ" כלל ישראל -וואס אין פאקט איז אין די אידישע היסטאריע זייט'ן חורבן בית שני נישט געווען אזא מין אסיפה פון אן אספסוף אויסצומישן ליטווישע ,פרומע און מאדערענע אונטער איין דאך
-
ספרדים ,אשכנזים ,חסידישע,
בעפאר מ'שמועסט זיך אויס מיט
סאטמאר בפרטיות דעם בעסטן אופן אז סאטמאר זאל זיך צו דעם קענען
צושטעלן"?,
או ן
וויאזוי ערווארטן זיי אז "סאטמאר זאל זיך צושטעלן" ווען יעדע פרט פון די אסיפה איז נוגד דעם דעת הצדיקים הקודמים אשר מפיהם אנו חיים זי"ע ,און זיי ערווארטן גאר אז "סאטמאר זאל טוישן איר מסורה" וועגן דעם?.
פונקט ווי ביי די מערכה פון טעלעוויזיע וואס דאס גאנצע כלל ישראל האט איינשטומיג אנערקענט דעם חומר הענין און געפירט שווערע מלחמות דאס אויסצורייסן ,איז נישט בייגעפאלן פאר קיינעם צו מאכן א געמיינזאמע אסיפה פון אלע קרייזן צוזאמען ,נאר יעדע מקום ,קהילה ,קרייז ,געגנט ,האט געפירט די מלחמות לויט זייערע מעגליכקייטן און ב"ה מ'איז דאס בייגעקומען ,דאס איז פאר אונז די וועג ווייזער וויאזוי מ'דארף האנדלען אין אזעלכע סיטואציעס.
לאמיר מגלה זיין טפח ,יעדער זעהט און ווייסט אז חב"ד איז נישט קיין טייל פון דעם כינוס ,די סיבה איז צוליב דעם וואס ביים ליטווישע חדר איז חב"ד אפגעפרעגט בהחלט כידוע ,אויב אזוי פרעגט זיך פארוואס ולא תהא כוהנת כפקנדקית ,איז אונזער מסורת אבות נישט אזוי הייליג ווי די ליטווישע היינטיגע מסורה? ,אויב פארשטייען די עסקנים אז מ'דארף זיך רעכענען מיט די געפילן פונעם ליטווישע קרייז און צוליב דעם אויסשליסן חב"ד וואס רעכנט זיך פאר א גרויסע ציבור ,פארוואס פארשטייען זיי נישט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט סאטמארע געפילן וואס איז עכ"פ אין יעדע צייט אזוי טייער און הייליג און געבויעט אויף א הייליגע מסורה ביז צום חת"ס
מ'גייט אין סטעדיום... ג( דער מקום -סטעדיום :ווער איז באחריות צו נעמען אידן ,ספעציעל בחורים מיט גרעסערע יונגלעך אין א "סטעידיום"? ,קודם כל רוב פון אונזערע קינדער ווייסן בכלל נישט וואס דאס מיינט א סטעידיום ,און צו וואס פאר א צוועק דאס ווערט געניצט א גאנץ יאר ,צו איז אפשר נישט דא א מקום חושש צו זיי אז יצא שכרו בהפסידו? ,צו וואס פעלט אויס צו עפענען די אויגן? וד"ל.
בחורים :באקענט זיך מיט די יצר הרע... ד( בחורים :דער עצם געדאנק אוועקצונעמען בחורים פון כותלי ביהמ"ד און ארויסטראגן אויף די גאס אין די זומער חדשים איז בכלל א מקום צו זאגן אז ש"ב וא"ל תצ"א .יעדעס מאל ווען מ'האט אין עבר מסדר געווען א פראטעסט קעגן רדיפת הדת באר"י איז דאס געווען מיט שיקול הדעת פון ערנסטע רבנים זקני העדה און ראשי הישיבה ,און נישט בלויז ווייל די "עסקנים" האבן אזוי באשלאסן ,כדי אנצופילן א גרויסן זאל.
נאך מער ,ביי די אסיפה וועט גערעדט ווערן די פרטי הדברים פון זוהמות
האינטערנעט,
יעדער דרשן וועט פרובירן ווי פארשטענדליך בעסער און שטארקער אראפצולייגן די זוהמא וואס מ'קען אלץ זעהן אויף די כלי מיט זיינע שטערקסטע קאליר'ן .מן יימר אז מ'מעג דאס אריינגעבן אין מח פון יעדן איינציגן יונגע בחור'ל / יונגל ,אז ער זאל אינפארמירט ווערן מיט די אלע פרטי פרטים? און נאכמאל וועמענס החלט איז דאס? ,רבנים צו עסקנים? ,צו מעגן מיר צו דעם צושטיין?
בכלל ווי קומט דאס אז אונזערע בחורים זאלן זיך מישן מיט פרעמדע אידן? .כידוע רבותינו הק' האבן געלייגט א שטארקע דגוש אז א ישיבה זאל זיין ווי ווייטער פון ישיבת כרכים קשה ,און דערווייטערן חסידישע בחורים פון די גאס ווי ווייט מעגליך ,ווער גיבט אויף דעם די פולסטע הסכמה? ,און וועלכער מחנך וואס פארשטייט צו חינוך און ארבעט מיט "היימישע" בחורים האט געגעבן דעם גרינעם ליכט צו ברענגען בחורים אויף אזא אסיפה?.
אייניגע רעזאלוציעס? ה( אייניגע רעזולוציע'ס :דער פאקט איז ,אז רוב חסידישע אידן און אין אסאך היימישע מוסדות לייגט מען אריין גרויסע כוחות אז ס'זאל זיך בכלל נישט געפינען קיין קאמפיוטער אין
פון די אנדערע זייט איז ליידער אויך קלאר ,אז ביי רוב רובם פון די אנדערע קרייזן בשכונת פלעטבוש ,פייף טאונס ,טינעק ,וכו' וכו' האבן אלע שטובער קאמפיוטער'ס -אינטערנעט מיט גרויסע סקרינס פאר געימ'ס און פילמ'ס א.א.וו ,.און ביי זיי איז דער ציהל צו פועל'ן אז זיי זאלן אראפגיין א מדריגה און ארויפשטעלן א פילטער ,ומי יתן והי' אז מ'זאל טאקע מצליח זיין ביי
זיי.
פרעגט זיך אבער די פראגע :איז דען ביי אונז די זעלבע זאך? ,קען מען לאזן אונזערע יונגעלייט ,בחורים ,יונגלעך ,זאלן הערן דעם זעלבן מעסעדש וואס מ'זאגט פאר די דרויסנדיגע קרייזן -אז א בלויזע פילטער איז גענוג? ,דאס מיינט אז זייערע "חומרות" איז ביי אונז גאר "קולות"! ,און וואס וועט מען זאגן פאר א טאטן וואס מ'וויל ארויסשטעלן די קינדער פונעם מוסד ווייל ס'איז דא א קאמפיוטער אין שטוב ווען ער טענה'ט אז ביי די גרויסע אסיפה פון "גאנץ" כלל ישראל האט מען מחליט געוועהן אז א פילטער איז גענוג?.
ומי לנו גדול ,רבינו הק' מסאטמאר זי"ע נאך אין די שטאט סאטמאר פאר די קריג האט זיך איינגעפירט דעם מנהג ביי זיינע דרשות וואס ער פלעגט זאגן ,אין די הייליגסטע מאמענטן פון יאר ווי פאר תקיעת שופר אדער דעם הייליגן אויפדערנאכט ,צו זאגן אן עקסטערע דרשה פאר די אידן פון די שטאטישע קהלה אין די גרויסע שוהל ,און אן עקסטערע דרשה פאר אנשי שלומו תלמידיו וחסידיו ביי זיך אין חסידישן ביהמ"ד ,ולא ראוי זה כראוי זה ,פון די האט ער תובע געווען וואס ער האט געקענט תובע זיין לפי ערכם ,און פון זיינע תלמידים וחסידים האט ער געפאדערט און געמאנט דאס מערסטע.
ס'איז קלאר אז ער האט דאס אזוי געטוהן וויל ער האט נישט געוואלט קיין אייניגע רעזולאציעס. ***
אחרי הדברים האלה ,נאכדעם וואס מיר פארשטייען שוין אז תלמידי וחסידי סאטמאר
/
תלמידי חת"ס קענען זיך צו אזא אסיפה נישט מאחד זיין ,כאטש עס ווערט גערופן דורך גדולי ישראל ובראשם כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ואתו עמו הגאון רבי מתתי' סאלאמאן שליט"א משגיח רוחני דלעיקוואד ,איז כדאי צו וויסן א קורצע געשיכטע וואס ווארפט א שטיקל ליכט אויף דעם צוגאנג פון חסידי'שע אידן צו די גאנצע אסיפה ,אפי' ווען עס ווערט פאררופן דורך אזעלכע גדולי ישראל.
עס איז דא א מכתב קודש פון הגה"צ אב"ד שאפראן זצ"ל בעל תורת אלף וואס ער האט געשריבן צו זיינע תלמידים ושמעו לקחו קיין אר"י .ווי באקאנט איז דער שאפראנער רב געווען א ל
ווי אויך האט ער געלאזט צוואה אז ער וויל ליגן לאחר מאה ועשרים אין שיכון סקווירא .אין די זצ"ל -
זעלבע צייט איז ער אבער -זייענדיג א מונקאטשער תלמיד פון הייליגן מנחת אלעזר
געווען א פייער'דיגער קנאי .האבן זיינע תלמידים בני אר"י אנגעפרעגט וויאזוי שטימט דאס זיין שטארקע חסידות אין סקווירא ,אין
איינקלאנג מיט זיין שארפע קנאות?
איז דא א לאנגע בריוו )וואס איז בנמצא ביי די בני משפחה וגדולי תלמידים( ,וואו ער איז מסביר ,אז היות דער סקווירא רבי זצ"ל איז נישט פון דעם זעלבן חדר ווי די יוצאי אונגארן ,ממילא איז דאס ענין פון "התבדלות" און "קנאות" אינגאנצן נישט קיין טייל פון זיין הנהגה ,און וויבאלד ער האט דאס נישט געזעהן ביי זיינע אבות הק' ווייל אין יענע מקומות איז דאס נישט געוועהן
שייך,
דערפאר איז ער בכלל נישט אויסגעקאכט אין די ענינים .ממילא אפי' ער איז א אדם גדול וקדוש איז דאס נישט קיין סתירה צו זיין נישט ווערן א טייל פונעם קנאי'שן לאגער ,און דערפאר איז ער נאך אלץ דבוק צו סקווירא רבי'ן בלב ונפש )דאס ווארפט א ליכט וויאזוי אמת'ע קנאים האבן אנגעקוקט צדיקים וגדולי ישראל וואס האבן נישט געהאט די זעלבע מסורה ווי אונז(.
לענינינו ,ווי אלע ווייסן האט דער סקולענער רבי שליט"א -וואס איז מפורסם פאר א גרויסע עובד ה' ומיצר בצערתן של ישראל -פאררופן די אסיפה מכח זיין התלהבות צו קדושת ישראל און זיין צער זעענדיג ווי כלל ישראל פאלט מדחי אל דחי ,וואס איז אן אמת אז די טעכנעלאגיע האט שוין געקאסט פיל
קרבנות.
דאך פארשטייט יעדער ,אז נישט דער סקולענער רבי ,און נישט ר' מתתי' סאלאמאן וועלכער איז אלע יארן א גרויסע משפיע און ברענגט אריין ערליכקייט און יר"ש ביים ליטווישן
ציבור,
זענען זיי אבער נישט פון דעם זעלבן חדר ווי אבות אבותינו שטאמען ארויס ,נישט קיין חילוק ווי הייליג און חשוב זיי זענען ,דאך זענען זיי נישט געבוירן מיט דעם זעלבן קנייטש אין התבדלות ווי ביי אונזער
מסורה.
אט לאמיר נעמען א קליינעם ביישפיל:
ביי זיי איז א נארמאלע אויסגעהאלטענע זאך צו ערשיינען ביים סיום הש"ס פון "דף אדער ביים סיום הרמב"ם פון קהילת ליובאוויטש וכדומה ביי אלע סארט אזעלכע
היומי",
כינוסים,
אדער אנצוגעהערן אלס א טייל פונעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל בארה"ב ,ווייל זיי זענען נישט געבוירן געווארן מיט דעם שיטת ההתבדלות )על אף וואס למשל נעמען געלט מממשלת
הכופרים איז זייער א שארפע איסור אין סקולען נאך פונעם אלטן סקולעני רבי'ן זצ"ל( איז די חומת ההבדלה
ביי זיי אויף אנדערע אופנים און פארשריפטן ווי ביי אונז.
ל
ל
ל
ל
ל
געמאכט גרויסע כינוסים מיטן באטייליגונג פון טויזנטער אידן פון אלע סארט קרייזן ,און ער אליין איז אויך געווען א חבר אין די אגודת ישראל ביז אינמיטן די כ' יארן ,אבער רבותינו
הק'
האבן געהאלטן נאך דעמאלטס אין די יארן פאר די מלחמה אז מ'טאר זיך נישט מאחד זיין מיט די אלע מיני התחברות אונטערן פאן פון אגודת ישראל.
דעת תלמידי וחסידי סאטמאר די ערליכע רבנים תלמידי וממשיכי דרכו פון רבינו הק' זי"ע ,שטייען שוין יארן על המשמר צו ווארענען דעם ציבור -יעדער אין זיינע ד' אמות
-זיך צו שלאגן מיט די גזירה פון טעכנעלאגיע,
און רעדן און זענען מעורר דעם ציבור לאנגע יארן שוין ,און שטייען בראש פון יעדע סארט פעולה וואס קען זיין לטובת די מערכה .אבער אין אזא האקעלע ענין פון אזא כינוס כללי קענען מיר נישט זיין דער מכריע קעגן דעם קלארן דעת פון די גדולי צדיקי ישראל הקודמים ווי דערמאנט ,און דעריבאר איז קלאר אז "סאטמאר" מיט די אלע דרויסענדיגע קרייזן גייען נישט אינאיינעם ,און מיטן חותם פון "סאטמאר" קען מען נישט שפאנען קיין קווינס צו זיצן אין אזא געמישטע אטמאספערע ,וואו רוב רובם פון די אידן און דער עצם צוגאנג פון אזא אסיפה איז קעגן אונזער הייליגן גייסט ,רוחי אשר עליך ודברי אשר שמתי בפיך ,וואס מיר האבן אלע יארן מקבל געווען בבית מדרשו פון רבינו הקדוש זי"ע.
חסיד'ישע אידן האבן זיך אלץ געפירט העכער מיט יעדן הינזיכט פון די וועלט ,מיטן לבוש ביי אנשים ונשים ,מיט השקפה ,מיטן מהלך המחשבה ,און מיט יעדע ריר אין אידישקייט האט מען אלץ געזוכט און געהארעוועט מ'זאל אנקומען צום בעסטן און צום שענסטן ,דעריבער איז א שטארקע מקום חושש צו זיין אז אזא מין אספסוף פון כל מיני קאלירפולע מענטשן וועט גורם זיין א פארקערטע השפעה ,מיט די מחשבה ,אז יענער )פון דרויסנדיגע קרייזן( איז אויך א פיינער איד ,זעהסט דאך ער איז דא צוזאמען מיט מיר אויף איין אסיפה מטכת עצה צו זיין איבער טעכנעלאגיע...
איינס פון די יסודות וואס רבינו הק' זי"ע האט שטענדיג געפאדערט פון אונז צו וויסן און געדענקן :ניין ,זיי זענען נישט אונז און מיר זענען נישט זיי! ,זייערע גדרים אין אידישקייט איז בכלל נישט דומה צו אונז ,למשל ,פרויען דרייוו'ן ,אייגענע האר ,שערן די בארד ,ועוד ועוד .ווי דאס ווערטל פון איינעם מזקני צדיקי דור הקדום" :כלל ישראל האט טאקע איין "פאטער" אין הימל ,אבינו שבשמים ,אבער נישט איין "מוטער" )מותר(" ...ודפח"ח.
*
מ'פארשטייט אז דער חומת ההתבדלות טאר נישט געבראכן ווערן .מ'קען נישט ריקן קיין יסודות הדת פאר פירצות הזמן .די תורה הקדושה ווערט נישט נשתנה קיינמאל ,און אויך די מלחמות קעגן די נסיונות הזמן דארף געפירט ווערן אין איינקלאנג מיט די יסודות וואס מיר האבן מקבל געווען פון די צדיקים הקודמים זי"ע ,ומינה לא נזוע ולאורם ניסע ונלך.
אין די נישט ווייטע פארגאנגעהייט האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט אז ס'איז דא גענוג מהלכים צו מאכן אזעלכע כינוסים אויף פיל בעסערע וועגן השוים לכל נפש ,ווי די מערכה לטובת "הצלת רובאשקין" אדער די "אסירי יאפאן" ,ווי עס איז געוועהן כינוסים אין יעדע אידישע שטאט לפום דרגא דילי' ,אמת די התעוררות איז געוועהן אין די גאנצע וועלט ביי "גאנץ" כלל ישראל ,אבער די כינוסים זענען געוועהן אין יעדן געגנט באזונדער לויט'ן תכונת המקום און לויט די אייגנארטיגע מהלכים פון די ארטיגע גדולי ישראל .עס איז קלאר בלתי שום ספק אז דאס התעוררות ביי "גאנץ" כלל ישראל אויף אזא אופן וועט צו יעדע צייט האבן דעם זעלבן כח און השפעה נגד דעם נגע הממארת הנקרא טעכנעלאגיע ,אדרבה ואדרבה אן אסיפה אין יעדן מקום באזונדער וועט האבן די מאקסומאלסטע אפעקט לקדושתן של ישראל.
און אפי' א עיצה טובה פאר די עסקנים ,היות דעם זומער ווערט געפלאנט צו פייערן דעם '12טן סיום הש"ס פון דף היומי ,וואס דארטן קומען זיך צוזאם צענדליגע טויזנטער אידן אנשים ונשים ,און דארטן רעדט מען פארשידענע דרשות אידיש און ענגליש ,איז דען נישט א גוטע געלעגנהייט אז מ'האט שוין דעם עולם אויפן פלאץ מקדיש צו זיין א חלק פון די דרשות מעורר צו זיין וועגן אינטערנעט ,און פאר אונזערע אידן וואס באטייליגן זיך נישט דארט וועט מען מאכן א עקסטערע אסיפה לשם שמים און רעדן אויף אידיש ווי מ'רעדט צו חסידישע אידן,
מיר וואונטשן די עסקנים העוסקים במלאכת הקודש לשם שמים אז זיי זאלן מצליח זיי און טאקע משפיע זיין אויף "אלע" אידן זיך צו היטן בכל אופני השמירה וואס איז נאר שייך ,און מיר וועלן זיך אויך מקבל זיין אויף אונז די הייליגע תקנה וואס פארלאנגט לגמרי ארויסצושטעלן דעם קאמפיוטער פון שטוב ,ביז ס'וועט מקויים ווערן דער פסוק יתמו חטאים מן הארץ ,ומלאה הארץ דעה את ד' בביאת גואל צדק בב"א.
* * * * *
פאלגענד האבן מיר צוגעשטעלט טייל פאטאסטאטן וועלכע ווערן צוגעברענגט אין אונזער שמועס: